English Transliteration Yiddish
1 Words should be weighed, not counted. Verter zol men vegn un nit tseyln. ‏ווערטער זאָל מען װעגן און ניט צײלן.
2 If his word were a stick, you couldn't lean on it. Zayn vort zol zayn a shtekn, volt men zikh nit getort onshparn. ‏זײַן וואָרט זאָל זײַן אַ שטעקן, וואָלט מען זיך ניט געטאָרט אָנשפּאַרן.
3 If his word were a bridge, I'd be afraid to cross it. Zayn vort zol zayn a brik, volt ikh moyre gehat aribertsugeyn. ‏זײַן וואָרט זאָל זײַן אַ בריק, וואָלט איך מורא געהאַט אַריבערצוגיין.
4 No one sees the hump on his own back. Keyner zet nit zayn eygenem hoyker. ‏‏קײנער זעט ניט זײַן אײגענעם הױקער.
5 Everyone has his own burden. Yeder mentsh hot zikh zayn pekl. ‏‏יעדער מענטש האָט זיך זײַן פּעקל.
6 Troubles are to man what rust is to iron. Tsores zaynen far dem mentshn vi zhaver far ayzn. ‏‏צרות זײַנען פֿאַר דעם מענטשן ווי זשאַווער פֿאַר אײַזן.
7 No one knows whose shoe pinches except the person who walks in it. Keyner veys nit vemen der shukh kvetsht, nor der vos geyt in im. ‏‏קיינער ווייס ניט וועמען דער שוך קוועטשט, נאָר דער וואָס גייט אין אים.
8 In a beautiful apple you sometimes find a worm. In a sheynem epl gefint men a mol a vorem. אין אַ שיינעם עפּל געפֿינט מען אַ מאָל אַ וואָרעם.
9 When a worm sits in horseradish, it thinks there's nothing sweeter. Az der vorem zitst in khreyn, meynt er az es iz keyn zisers nito. אַז דער וואָרעם זיצט אין כריין, מיינט ער אַז עס איז קיין זיסערס ניטאָ.
10 If grandma had a beard, she would be a grandpa. Oyb di bobe volt gehat a bord, volt zi geven a zeyde. אױב די באָבע װאָלט געהאַט אַ באָרד, װאָלט זי געװען אַ זײדע.‏
11 If grandma had wheels, she would be a wagon. Oyb di bobe volt gehat reder, volt zi geven a vogn. ‏‏אױב די באָבע װאָלט געהאַט רעדער, װאָלט זי געװען אַ װאָגן.
12 If the cat laid eggs, it would be a hen. Di kats zol leygn eyer, volt zi geven a hun. די קאַץ זאָל לײגן אײער, װאָלט זי געװען אַ הון.
13 If you put a shtreimel on a pig, would it make him a rabbi? Tu on a khazer a shtrayml, vet er vern rov? טו אָן אַ חזיר אַ שטרײַמל, וועט ער ווערן רבֿ?
14 Show a pig a finger and he'll want the whole hand. Vayz a khazer a finger vil er di gantse hant. ‏‏‏וײַז אַ חזיר אַ פֿינגער וויל ער די גאַנצע האַנט.
15 Let a pig in the house and he'll crawl on the table. Loz arayn a khazer in shtub, krikht er afn tish. לאָז אַרײַן אַ חזיר אין שטוב, קריכט ער אויפֿן טיש.
16 A Jew is twenty-eight percent fear, two percent sugar, and seventy percent chutzpah. A yid hot akht un tsvantsik protsent pakhed, tsvey protsent tsuker, un zibetsik protsent khutspe. ‎אַ ייִד האָט אַכט און צוואַנציק פּראָצענט פּחד, צוויי פּראָצענט צוקער און זיבעציק פּראָצענט חוצפּה.
17 Don't send a dog to the butcher shop. A hunt shikt men nit in yatke arayn. אַ הונט שיקט מען ניט אין יאַטקע אַרײַן.
18 Don't stick your head in a wolf's mouth. Shtek nit dem kop tsum volf in moyl arayn. שטעק ניט דעם קאָפּ צום וואָלף אין מויל אַרײַן.
19 What will become of the sheep if the wolf is the judge? Vos ken vern fun di shof az der volf iz der rikhter? װאָס קען װערן פֿון די שאָף אַז דער װאָלף איז דער ריכטער?
20 You can't empty the ocean with a spoon. Mit a lefl ken men dem yam nit oys'shepn. מיט אַ לעפֿל קען מען דעם ים ניט אויסשעפּן.‏
21 You can't dance at two weddings with one behind. Mit eyn tokhes ken men nit tantsn af tsvey khasenes. מיט איין תּחת קען מען ניט טאַנצן אויף צוויי חתונות.
22 You can't make a shtreimel out of a pig's tail. Fun a khazershn ek ken men keyn shtrayml nit makhn. ‏‏פֿון אַ חזירשן עק קען מען קיין שטרײַמל ניט מאַכן.
23 When God was doling out brains, you were asleep. Az got hot geteylt dem seykhl bistu geshlofn. ‏‏‎אַז גאָט האָט געטיילט דעם שׂכל ביסטו געשלאָפֿן.
24 With horses you check the teeth; with a human you check the brains. Bay ferd kukt men af di tseyn; bay a mentshn afn seykhl. ‏‏בײַ פֿערד קוקט מען אויף די ציין; בײַ אַ מענטשן אויפֿן שׂכל.
25 When you need brains, brawn doesn't help. Vu men darf hobn moyekh, helft nit keyn koyekh. וווּ מען דאַרף האָבן מוח העלפֿט ניט קיין כּוח.
26 He's a piece of meat with two eyes. Er iz a shtik fleysh mit tsvey oygn. ער איז אַ שטיק פֿלייש מיט צוויי אויגן.
27 He looks with his eyes, listens with his ears, and understands like a wall. Er kukt mit di oygn, hert mit di oyern, un farshteyt vi di vant. ער קוקט מיט די אויגן, הערט מיט די אויערן, און פֿאַרשטייט ווי די וואַנט.
28 The hat is fine but the head is too small. Dos hitl iz gut nor der kop iz tsu kleyn. דאָס היטל איז גוט נאָר דער קאָפּ איז צו קלײן.
29 He has as much sense as a church has mezuzahs. Er hot azoy fil seykhl vi in kloyster mezuzes. ער האָט אַזוי פֿיל שׂכל ווי אין קלויסטער מזוּזות.
30 He's meditating on whether a flea has a belly-button. Er klert tsi a floy hot a pupik. ער קלערט צי אַ פֿלױ האָט אַ פּופּיק.
31 He's contemplating the rotation of the earth. Er klert vi di velt dreyt zikh. ער קלערט ווי די וועלט דרייט זיך.
32 He's wondering where the chimney smoke goes. Er klert vu di roykhes fun koymen kumen ahin. ער קלערט וווּ די רויכעס פֿון קוימען קומען אַהין.
33 He's pondering whether bagels from Kulikov are bigger than those from Lemberg. Er klert tsi di Kulikover beygl zenen greser fun di Lemberger. ער קלערט צי די קוליקאָווער בייגל זענען גרעסער פֿון די לעמבערגער.
34 Pay him for blowing his nose. Tsol im op far oysshnaytsn di noz. ‏צאָל אים אָפּ פֿאַר אויסשנײַצן די נאָז.
35 He can't tie a cat's tail. Er ken nit a kats dem ek farbindn. ‏ער קען ניט אַ קאַץ דעם עק פֿאַרבינדן.
36 He's got a cat in his head. Er hot a kats in kop. ער האָט אַ קאַץ אין קאָפּ.
37 If he were twice as smart, he'd be an idiot! Ven er iz tsvey mol azoy klug, volt er geven a goylem! ‏װען ער איז צװײ מאָל אַזױ קלוג, װאָלט ער געװען אַ גולם!
38 People are idiots. / People are not idiots. Der oylem iz a goylem. / Der oylem iz nit keyn goylem. דער עולם איז אַ גולם. / דער עולם איז ניט קיין גולם.
39 He's an expert like a goat knows about klezmer. Er iz a meyvn vi a bok af a klezmer. ער איז אַ מבֿין װי אַ באָק אױף אַ כּלי–זמר.
40 If the girl can't dance, she says the musicians can't play. Az dos meydl ken nit tantsn, zogt zi az di klezmer kenen nit shpiln. אַז דאָס מיידל קען ניט טאַנצן, זאָגט זי אַז די כּלי–זמר קענען ניט שפּילן.
41 Even a bear can be taught to dance. A ber lernt men oykh oys tantsn. ‏אַ בער לערנט מען אויך אויס טאַנצן.
42 The eggs think they're smarter than the chickens. Di eyer viln zayn kliger fun di hiner. די אייער ווילן זײַן קליגער פֿון די הינער.
43 Two smart people can't agree. Tsvey kluge kenen nit shtimen. צוויי קלוגע קענען ניט שטימען.
44 Understanding grows at a snail's pace. Der seykhl iz a krikher. דער שׂכל איז אַ קריכער.
45 A man studies until he's seventy and dies a fool. Biz zibetsik yor lernt men seykhl un men shtarbt a nar. ביז זיבעציק יאָר לערנט מען שׂכל און מען שטאַרבט אַ נאַר.
46 The pen stings worse than an arrow. Di pen shist erger fun a fayl. די פּען שיסט ערגער פֿון אַ פֿײַל.
47 The devil is not as black as we paint him. Der tayvl iz nit azoy shvarts vi men molt im. דער טײַוול איז ניט אַזוי שוואַרץ ווי מען מאָלט אים.
48 At night all cows are black. Bay nakht zenen ale ki shvarts. בײַ נאַכט זענען אַלע קי שוואַרץ.
49 A black hen can lay a white egg too. A shvartse hun ken oykh leygn a vays ey. אַ שוואַרצע הון קען אויך לייגן אַ ווײַס איי.
50 Man plans and God laughs. Der mentsh trakht un got lakht. דער מענטש טראַכט און גאָט לאַכט.
51 Why did Adam and Eve cover their business with a leaf if there was nobody to see them? Far vos hot Odem un Khave tsugedekt di mayse mit a blat, ven keyner hot zey nit gezen? פֿאַר וואָס האָט אָדם און חוה צוגעדעקט די מעשׂה מיט אַ בלאַט ווען קיינער האָט זיי ניט געזען?
52 The closer to the synagogue, the farther from God. Vos noenter tsu der shul, alts vayter fun Got. ‏‏‏‏װאָס נאָענטער צו דער שול, אַלץ װײַטער פֿון גאָט.
53 You're lucky, God, that you live so high; otherwise people would break your windows. Dayn mazl, Got, vos du voynst azoy hoykh; anit volt men dir di fentster oysgezetst. ‏‏‏‏דײַן מזל, גאָט, וואָס דו וווינסט אַזוי הויך; אַניט וואָלט מען דיר די פֿענצטער אויסגעזעצט.
54 When God wants to punish an unbeliever, He gives him a pious wife. Az got vil shtrofn an apikoyres git er im a frum vayb. ‏‏‏‏אַז גאָט וויל שטראָפֿן אַן אַפּיקורס גיט ער אים אַ פֿרום ווײַב.
55 A cat is more pious than he is. Di kats iz shoyn frimer far im. ‏‏‏‏די קאַץ איז שוין פֿרימער פֿאַר אים.
56 He reads Hebrew like an axe swims. Er zogt ivre vi a hak shvimt. ‏‏‏‏ער זאָגט עבֿרי ווי אַ האַק שווימט.
57 He's swimming in the Sea of Talmud. Er shvimt in yam hatalmud. ‏‏‏‏ער שווימט אין ים התּלמוד.
58 Knowing Torah doesn't stop you from sinning. Kenen toyre iz nit keyn shter tsu an aveyre. ‏‏‏‏קענען תּורה איז ניט קיין שטער צו אַן עבֿירה.
59 A tavern can't corrupt a good man, and a synagogue can't reform a bad one. A gutn mentshn vet di shenk nit kalye makhn, a shlekhtn vet der beys-hamedresh nit farrikhtn. ‏‏‏‏אַ גוטן מענטשן וועט די שענק ניט קאַליע מאַכן, אַ שלעכטן וועט דער בית–המדרש ניט פֿאַרריכטן.
60 If the Book of Psalms were a remedy, you could buy it at the drugstore. Tilim zol zayn a refue, volt men es gekoyft in der apteyk. ‏‏‏‏תּהילים זאָלֹ זײַן אַ רפֿואה וואָלט מען עס געקויפֿט אין דער אַפּטייק.
61 Nine rabbis can't make a minyan but ten shoemakers can. Nayn rabonim kenen keyn minyen nit makhn ober tsen shusters yo. ‏נײַן רבנים קענען קײן מנין ניט מאַכן אָבער צען שוסטערס יאָ.
62 Where there is no worthy man, even a herring is a fish. Bemokem she-eyn ish iz a hering oykh a fish. ‏במקום שאין איש איז אַ הערינג אויך אַ פֿיש.
63 An ox has a long tongue but can't blow a shofar. An oks hot a lange tsung un ken keyn shoyfer nit blozn. אַן אָקס האָט אַ לאַנגע צונג און קען קיין שופֿר ניט בלאָזן.
64 A cow has a long tongue but can't say a blessing. A beheyme hot a lange tsung un ken keyn brokhe nit zogn. אַ בהמה האָט אַ לאַנגע צונג און קען קיין ברכה ניט זאָגן.
65 A cow has a long tongue but has to keep quiet. A beheyme hot a lange tsung un muz shvaygn. אַ בהמה האָט אַ לאַנגע צונג און מוז שווײַגן.
66 An ass is recognized by his long ears, a fool by his long tongue. An eyzl derkent men in di lange oyern, a nar in der langer tsung. ‏אַן אייזל דערקענט מען אין די לאַנגע אויערן, אַ נאַר אין דער לאַנגער צונג.
67 If the horse had something to say, it would talk. Ven dos ferd volt gehat vos tsu zogn, volt es geredt. ‏װען דאָס פֿערד װאָלט געהאַט װאָס צו זאָגן, װאָלט עס גערעדט. ‏
68 Every ass likes to hear himself bray. Yeder eyzl hot lib tsu hern vi er aleyn hirzhet. יעדער אײזל האָט ליב צו הערן װי ער אַלײן הירזשעט.
69 On all his talk you could build a church. Af zayne reyd men meg boyen a kloyster. אויף זײַנע רייד מעג מען בויען אַ קלויסטער.
70 Pearls flow from his mouth. Es shitn zikh perl fun zayn moyl. עס שיטן זיך פּערל פֿון זײַן מויל.
71 Witticisms pour out of him like turds from a goat. Es shit zikh fun im khokhmes vi fun a tsig bobkes. עס שיט זיך פֿון אים חכמות ווי פֿון אַ ציג באָבקעס.
72 He spouts scriptures like a goat spews turds. Er shit mit toyre vi a tsig mit bobkes. ער שיט מיט תּורה ווי אַ ציג מיט באָבקעס.
73 A dog is afraid of a stick, and a devil is afraid of tzitzit. A hunt hot moyre far a shtekn un a ruekh far tsitses. אַ הונט האָט מורא פֿאַר אַ שטעקן און אַ רוח פֿאַר ציצית.
74 A lion is not afraid of a fly. A leyb hot nit moyre far keyn flig. אַ לייב האָט ניט מורא פֿאַר קיין פֿליג.
75 When the cat's asleep, the mice dance. Ven di kats shloft, tantsn di mayz. װען די קאַץ שלאָפֿט, טאַנצן די מײַז.
76 When the crickets play, the bedbugs dance. Shpiln di griln, tantsn di vantsn. שפּילן די גרילן, טאַנצן די וואַנצן.
77 When you have a lot to do, go to sleep. Az men hot a sakh tsu ton, leygt men zikh shlofn. אַז מען האָט אַ סך צו טאָן, לייגט מען זיך שלאָפֿן.
78 Life is no more than a dream—but don't wake me up. Dos lebn iz nit mer vi a kholem—ober vek mikh nit oyf. ‏‏‏‏דאָס לעבן איז ניט מער ווי אַ חלום—אָבער וועק מיך ניט אויף.
79 Sleep faster, we need the pillows. Shlof gikher, men darf di kishn. ‏‏‏‏שלאָף גיכער, מען דאַרף די קישן!
80 Time is the best doctor. Di tsayt iz der bester dokter. די צײַט איז דער בעסטער דאָקטער.
81 Time is more precious than money. Di tsayt iz tayerer fun gelt. די צײַט איז טײַערער פֿון געלט.
82 If time is money, I don't have any time. Oyb tsayt iz gelt, hob ikh keyn tsayt nit. אויב צײַט איז געלט האָב איך קיין צײַט ניט.
83 Even the most expensive clock has no more than sixty minutes. Afile der raykhster zeyger hot nit mer vi zekhtsik minut. ‏אַפֿילו דער רײַכסטער זײגער האָט ניט מער װי זעכציק מינוט. ‏
84 In bad times even a penny is money. In shlekhte tsaytn iz a peni oykh gelt. ‏אין שלעכטע צײַטן איז אַ פּעני אױך געלט.
85 Without money there is no world. On gelt iz keyn velt. ‏אָן געלט איז קיין וועלט.
86 Want to get rich?  Spend seven years as a pig. Vilst raykh vern? Zay zibn yor a khazer. ‏ווילסט רײַך ווערן?  זײַ זיבן יאָר אַ חזיר.
87 If people could hire others to die for them, the poor could make a nice living. Men zol zikh kenen oyskoyfn fun toyt, voltn di oremelayt sheyn parnose gehat. ‏מען זאָל זיך קענען אױסקױפֿן פֿון טױט, װאָלטן די אָרעמעלײַט שײן פּרנסה געהאַט.
88 The poor man is hacked like wood chips and the rich man puffs himself up like a samovar. Dem oreman hakt men vi shpener un der raykher blozt zikh vi der samovar. ‏דעם אָרעמאַן האַקט מען ווי שפּענער און דער רײַכער בלאָזט זיך ווי דער סאַמאָוואַר.
89 The sun shines on everyone for free. Di zun shaynt far itlekhn umzist. ‏די זון שײַנט פֿאַר איטלעכן אומזיסט.
90 He doesn't deserve to have the sun shine on him. Er iz nit vert vos di zun shaynt af im. ‏ער איז ניט ווערט וואָס די זון שײַנט אויף אים.
91 Honor is like a shadow: the more you run after it, the farther it runs away. Koved iz vi a shotn: vos mer men loyft im nokh, alts vayter antloyft er. כּבֿוד איז ווי אַ שאָטן: וואָס מער מען לויפֿט אים נאָך, אַלץ ווײַטער אַנטלויפֿט ער.
92 What use is honor if you have nothing to eat? Vos nutst koved az men hot nit tsu esn? ‏וואָס נוצט כּבֿוד אַז מען האָט ניט צו עסן?
93 A rich man hates honors like a cat hates cream. A noged hot faynt koved vi a kats smetene. אַ נגיד האָט פֿײַנט כּבֿוד ווי אַ קאַץ סמעטענע.
94 He's been on the horse and under the horse. Er iz shoyn geven afn ferd un untern ferd. ‏ער איז שוין געווען אויפֿן פֿערד און אונטערן פֿערד.
95 It's easier to get a drunkard off the ground than a business. Es iz gringer oyftsuheybn a shiker fun der erd eyder a gesheft. ‏עס איז גרינגער אויפֿצוהייבן אַ שיכּור פֿון דער ערד איידער אַ געשעפֿט.
96 She's the proprietress of a head of cabbage. Zi iz a baleboste iber a heyptl kroyt. ‏זי איז אַ בעל–הביתטע איבער אַ הייפּטל קרויט.
97 He has more in his head than in his pocket. Er hot mer in kop vi in keshene. ‏ער האָט מער אין קאָפּ ווי אין קעשענע.
98 It doesn't cost anything to look. Far onkukn tsolt men keyn gelt nit. ‏פֿאַר אָנקוקן צאָלט מען קיין געלט ניט.
99 When a poor man eats chicken, either he or the chicken is sick. Az an oreman est a hun, iz oder er krank oder di hun. אַז אַן אָרעמאַן עסט אַ הון, איז אָדער ער קראַנק אָדער די הון. ‏
100 A person can forget everything but eating. Alts ken der mentsh fargesn nor nit esn. ‏‏אַלץ קען דער מענטש פֿאַרגעסן נאָר ניט עסן.
101 He's all intestines. Er iz kule kishke. ‏‏ער איז כּולו קישקע.
102 He's not interested in the Haggadah but in the dumplings. Er meynt nit di hagode, nor di kneydlekh. ער מיינט ניט די הגדה, נאָר די קניידלעך.
103 Only in dreams are carrots as big as bears. Nor in kholem zaynen mern vi bern. ‏נאָר אין חלום זײַנען מערן װי בערן.
104 All is not butter that comes from a cow. Alts iz nit puter vos kumt aroys fun der ku. ‏אַלץ איז ניט פּוטער װאָס קומט אַרױס פֿון דער קו.
105 If you're going to eat pork, eat it till your mouth drips. Az men est khazer, zol es shoyn rinen ibern moyl. אַז מען עסט חזיר, זאָל עס שוין רינען איבערן מויל.
106 "Man begins in dust and ends in dust"— meanwhile it's good to drink some vodka. "Odem yesoydoy meyofor vesoyfo leyofor"— beyne-leveyne iz gut a trunk bronfn. ”אָדם יסודו מעפֿר וסופֿו לעפֿר“— בינו–לבֿינו איז גוט אַ טרונק בראָנפֿן.
107 When I take a drink I become another person, and the other person wants a drink too. Az ikh nem a trunk bronfn ver ikh an ander mentsh, un der anderer vil oykh a trunk bronfn. אַז איך נעם אַ טרונק בראָנפֿן ווער איך אַן אַנדער מענטש, און דער אַנדערער וויל אויך אַ טרונק בראָנפֿן.
108 He has a fly in his throat and wants to drown it. Er hot a flig in haldz un vil zi dertrinken. ער האָט אַ פֿליג אין האַלדז און וויל זי דערטרינקען.
109 He could drink up the Jordan River! Er ken oystrinken a yardn! ער קען אויסטרינקען אַ ירדן!
110 It's not my goat and not my Hanukkah candle. Es iz nit mayn tsig un nit mayn khanike-likhtl. עס איז ניט מײַן ציג און ניט מײַן חנוכּה–ליכטל.
111 A guest is like rain. A gast iz vi a regn. אַ גאַסט איז ווי אַ רעגן.
112 Run away from rain and you get hail. Men antloyft fun regn, bagegnt men hogl. מען אַנטלויפֿן פֿון רעגן, באַגעגנט מען חאָגל.
113 If you sleep with dogs, you get up with fleas. Az men shloft mit hint, shteyt men oyf mit fley. אַז מען שלאָפֿט מיט הינט, שטײט מען אױף מיט פֿלײ.
114 No matter how long you tame a wolf, he will still look to the woods. Hodeve a volf vi lang, kukt er alts in vald arayn. האָדעווע אַ וואָלף ווי לאַנג, קוקט ער אַלץ אין וואַלד אַרײַן.
115 One must not have pity for a snake. Af a shlang tor men keyn rakhmones nit hobn. ‏אויף אַ שלאַנג טאָר מען קיין רחמנות ניט האָבן.
116 One must not wish a doctor a good year. A dokter tor men nit vintshn a gut yor. אַ דאָקטער טאָר מען ניט װינטשן אַ גוט יאָר.
117 One mustn't eat the challah before saying the blessing. Men tor nit esn di khale far der hamoytse. מען טאָר ניט עסן די חלה פֿאַר דער המוציא.
118 It's the carpenter's fault: if he hadn't built the bed, I wouldn't have sinned. Shuldik iz der stolyer: ven er volt nit gemakht di bet, volt ikh nit gekumen tsu keyn khet. שולדיק איז דער סטאָליער: ווען ער וואָלט ניט געמאַכט די בעט וואָלט איך ניט געקומען צו קיין חטא.
119 When a sinner looks in water, the fish die. Az der roshe kukt in vaser, peygern di fish. אַז דער רשע קוקט אין וואַסער, פּגרן די פֿיש.
120 The hat on a thief burns. Afn ganef brent dos hitl. אויפֿן גנבֿ ברענט דאָס היטל.
121 For a thief in a top hat, the hat doesn't burn. Af a ganef in a tsilinder, brent nit dos hitl. אויף אַ גנבֿ אין אַ צילינדער ברענט ניט דאָס היטל.
122 A mouse is a thief. / The mouse isn't the thief, the hole is the thief. A moyz iz a ganef. / Nit di moyz iz der ganef, nor di lokh iz der ganef. אַ מויז איז אַ גנבֿ. / ניט די מויז איז דער גנבֿ, נאָר די לאָך איז דער גנבֿ.
123 If a thief has nothing to steal, he steals the hat off his own head. Az a ganef hot nit vos tsu ganvenen, ganvet er dos hitl fun zikh arop. אַז אַ גנבֿ האָט ניט וואָס צו גנבֿענען גנבֿעט ער דאָס היטל פֿון זיך אַראָפּ.
124 If a thief has nothing to steal, he steals from one pocket to another. Az a ganef hot nit vos tsu ganvenen, ganvet er fun eyn keshene in der tsveyter. אַז אַ גנבֿ האָט ניט וואָס צו גנבֿענען גנבֿעט ער פֿון איין קעשענע אין דער צווייטער.
125 On the eve of Yom Kippur all thieves become pious. Erev-yonkiper vern ale ganovim frum. ערבֿ–יום–כּיפּור ווערן אַלע גנבֿים פֿרום.
126 Thieves and lovers like the dark. Ganovim un farlibte hobn lib fintsternish. גנבֿים און פֿאַרליבטע האָבן ליב פֿינצטערניש.
127 When a thief kisses you, count your teeth. Ven a ganef kusht, darf men zikh di tseyn ibertseyln. װען אַ גנבֿ קושט, דאַרף מען זיך די צײן איבערצײלן.
128 She wants the saucer from heaven. Zi vil dos telerl fun himl. זי װיל דאָס טעלערל פֿון הימל.
129 For a glass of milk you don't have to buy a whole cow. Tsulib a gloz milkh darf men nit koyfn a gantse ku. צוליב אַ גלאָז מילך דאַרף מען ניט קויפֿן אַ גאַנצע קו.
130 The cat likes fish but she doesn't want to wet her paws. Di kats hot lib fish ober zi vil nit di fis aynnetsn. די קאַץ האָט ליב פֿיש אָבער זי װיל ניט די פֿיס אײַננעצן.
131 A meowing cat catches no mice. A kats vos myauket ken keyn mayz nit khapn. אַ קאַץ וואָס מיאַוקעט קען קיין מײַז ניט כאַפּן.
132 A barking dog doesn't bite. A hunt vos bilt bayst nit. אַ הונט וואָס בילט בײַסט ניט.
133 He's yelling like the woman in the bath. Er shrayt vi di yidene in bod. ער שרײַט ווי די ‏ייִדענע אין באָד.
134 The country's on fire and grandma is washing her hair. Dos land brent un di bobe tsvogt zikh. דאָס לאַנד ברענט און די באָבע צוואָגט זיך.
135 God is fighting with his wife. Got krigt zikh mitn vayb. גאָט קריגט זיך מיטן ווײַב.
136 It's a storm in a glass of water. S'iz a shturem in a gloz vaser. ס'איז אַ שטורעם אין אַ גלאָז וואַסער.
137 He's making an elephant out of a fly. Er makht fun a flig a helfand. ער מאַכט פֿון אַ פֿליג אַ העלפֿאַנד.
138 He's riding on two horses. Er rayt af tsvey ferd. ער רײַט אויף צוויי פֿערד.
139 We'll hit two rabbits with one shot. Mir veln shisn tsvey hozn mit eyn shos. מיר וועלן שיסן צוויי האָזן מיט איין שאָס.
140 They're looking for a pin in a hay wagon. Zey zukhn a shpilke in a vogn hey. זיי זוךן אַ שפּילקע אין אַ וואָגן היי.
141 He's got pins in his head. Er hot shpilkes in kop. ער האָט שפּילקעס אין קאָפּ.
142 He's got pins in his behind. Er hot shpilkes in tokhes. ער האָט שפּילקעס אין תּחת.
143 He has a matzo face. Er hot a matse-ponem. ער האָט אַ מצה–פּנים.
144 What difference does it make to the turkey whether it's slaughtered for the Purim feast or the Passover seder? Vos iz dem indik far a khilek tsi men koylet im af purim tsu der sude oder af peysekh tsum seyder? וואָס איז דעם אינדיק פֿאַר אַ חילוק צי מען קוילעט אים אויף פּורים צו דער סעודה אָדער אויף פּסח צום סדר?
145 If he were an undertaker, people would stop dying. Ven er zol handlen mit takhrikhim, volt men oyfgehert shtarbn. ווען ער זאָל האַנדלען מיט תּכריכים וואָלט מען אויפֿגעהערט שטאַרבן.
146 If he were in the candle business, the sun would never set. Ven er zol handlen mit likht, volt di zun nit untergegangen. ווען ער זאָל האַנדלען מיט ליכט וואָלט די זון ניט אונטערגעגאַנגען.
147 When a shlimazl slaughters a rooster, it runs. When he winds a clock, it stops. Ven a shlimazl koylet a hon, geyt er. Dreyt er on a zeyger, shteyt er. ווען אַ שלימזל קוילעט אַ האָן, גייט ער. דרייט ער אָן אַ זייגער, שטייט ער.
148 When a shlimazl goes dancing, the musicians' strings break. A shlimazl: geyt er tantsn, tseraysn zikh bay di klezmorim di strunes. אַ שלימזל: גייט ער טאַנצן, צערײַסן זיך בײַ די כּלי–זמרים די סטרונעס.
149 A shlimazl falls on his backside and bruises his nose. A shlimazl falt afn rukn un tseklapt zikh di noz. אַ שלימזל פֿאַלט אויפֿן רוקן און צעקלאַפט זיך די נאָז.
150 A cow flew over the roof and laid an egg. A ku iz gefloygn ibern dakh un geleygt an ey. אַ קו איז געפֿלויגן איבערן דאַך און געלייגט אַן איי.
151 Because the loaf of bread is round, therefore the ducks go barefoot. Vayl dos lebl broyt iz kaylekhdik, geyen derfar di katshkes borves. ‎ווײַל דאָס לעבל ברויט איז קײַלעכדיק, גייען דערפֿאַר די קאַטשקעס באָרוועס.
152 Therefore the geese go barefoot and the ducks in little red shoes. Deriber geyen di gendz borves un di katshkes in royte shikhelekh. דעריבער גייען די גענדז באָרוועס און די קאַטשקעס אין רויטע שיכעלעך.
153 Therefore all cats go barefoot. Deriber geyen ale kets borves. דעריבער גייען אַלע קעץ באָרוועס.
154 If the mountain won't go to Mohammed, Mohammed will go to the mountain. Az der barg geyt nit tsu Makhmedn, geyt Makhmed tsum barg. אַז דער באַרג גייט ניט צו מחמדן, גייט מחמד צום באַרג.
155 It will happen when hair grows on the palm of my hand. Es vet geshen ven bay mir vet oysvaksn hor af der dlonye. עס וועט געשען ווען בײַ מיר וועט אויסוואַקסן האָר אויף דער דלאָניע.
156 It's as suitable as earrings on a pig. Es past vi a khazer oyringlekh. עס פּאַסט ווי אַ חזיר אוירינגלעך.
157 It's as suitable as a shtreimel on a pig. Es past vi a khazer a shtrayml. עס פאַסט ווי אַ חזיר אַ שטרײַמל.
158 Dress up a broom and it will look nice too. Az men tut on sheyn a bezem, iz er oykh sheyn. ‏‏אַז מען טוט אָן שײן אַ בעזעם, איז ער אױך שײן.
159 May you grow like an onion with your head in the ground. Vaksn zolstu vi a tsibele mitn kop in dr'erd! ‏‏װאַקסן זאָלסטו װי אַ ציבעלע מיטן קאָפּ אין דר'ערד!
160 May you live to a hundred and twenty—with a wooden head and glass eyes. Lebn zolstu biz hundert un tsvantsik yor—mit a hiltsernem kop un glezerne oygn. ‏‏לעבן זאָלסטו ביז הונדערט און צוואַנציק יאָר—מיט אַ הילצערנעם קאָפּ און גלעזערנעם אויגן.
161 May your bones be broken as often as the Ten Commandments. Zoln dayne beyner zikh brekhn azoy oft vi di Aseres-Hadibres. ‏‏זאָלן דײַנע ביינער זיך ברעכן אַזוי אָפֿט ווי די עשׂרת–הדיברות.
162 May you turn into a blintz and be snatched by a cat. Vern zol fun dir a blintshik, un di kats zol dikh khapn. ‏‏ווערן זאָל פֿון דיר אַ בלינטשיק און די קאַץ זאָל דיך כאַפּן.
163 May you eat chopped liver with onions, shmaltz herring, chicken soup with dumplings, baked carp with horseradish, braised meat with vegetable stew, latkes, tea with lemon, every day - and may you choke on every bite! Esn zolstu gehakte leber mit tsibeles, shmalts hering, yoykh mit k'neydlekh, karp mit khreyn, ayngedemfts mit tsimes, latkes, tey mit tsitrin, yedn tog - un zolst zikh mit yedn bis dershtikn! עסן זאָלסטו געהאַקטע לעבער מיט ציבעלעס, שמאַלץ הערינג, יויך מיט קניידלעך, קאַרפּ מיט כריין, אײַנגעדעמפֿץ מיט צימעס, לאַטקעס, טיי מיט ציטרין, יעדן טאָג – און זאָלסט זיך מיט יעדן ביס דערשטיקן!
164 May you run to the toilet every three minutes or every three months. Loyfn zolstu in beys-hakise yede dray minut oder yede dray khadoshim. לױפֿן זאָלסטו אין בית־הכּסא יעדע דרײַ מינוט אָדער יעדע דרײַ חדשים.
165 May he turn yellow and green! Fargelt un fargrint zol er vern! ‏‏פֿאַרגעלט און פֿאַרגרינט זאָל ער ווערן!
166 May he crawl on his belly! Krikhn zol er afn boykh! ‏‏קריכן זאָל ער אויפן בויך!
167 For as many years as he's walked on his feet, he should walk on his hands, and the rest of the time he should drag himself on his behind. Vifl yor er iz gegangen af di fis zol er geyn af di hent, un di iberike zol er zikh sharn afn hintn. ‏‏וויפֿל יאָר ער איז געגאַנגען אויף די פֿיס זאָל ער גיין אויף די הענט, און די איבעריקע זאָל ער זיך שאַרן אויפֿן הינטן.
168 May he swallow an umbrella and may it open in his belly! Zol er aropshlingen a shirem un s'zol zikh im efenen in boykh! זאָל ער אַראָפּשלינגען אַ שירעם און ס'זאָל זיך אים עפֿענען אין בויך!
169 May he die a violent death! Aynnemen zol er a mise-meshune! ‏‏אײַננעמען זאָל ער אַ מיתה–משונה!
170 May he become swollen and veined like a mountain. Geshvoln un gedroln zol er vern vi a barg. ‏‏געשוואָלן און געדראָלן זאָל ער ווערן ווי אַ באַרג.
171 Let no evil eye avoid him! Keyn eyn-hore zol im nit oysmaydn! ‏‏קיין עין–הרע זאָל אים ניט אויסמײַדן!
172 Salt in his eyes and pepper in his nose! Zalts im in di oygn un fefer im in noz! ‏זאַלץ אים אין די אויגן און פֿעפֿער אים אין נאָז!
173 A boil in his throat! A make im in haldz! ‏אַ מכּה אים אין האַלדז!
174 His mouth should be in his rear. Dos moyl zol im fun hintn shteyn. ‏דאָס מויל זאָל אים פֿון הינטן שטיין.
175 His head should fall off! Der kop zol im arop! ‏דער קאָפּ זאָל אים אַראָפּ!
176 May all your teeth fall out, except one to give you a toothache. Ale tseyn zoln dir aroysfaln, nor eyner zol dir blaybn af tsonveytik. ‏‏אַלע ציין זאָלן דיר אַרויספֿאַלן, נאָר איינער זאָל דיר בלײַבן אויף צאָנווייטיק.
177 May you have thunder in your belly and lightning in your pants. Es zol dir dunern in boykh un blitsn in di hoyzn. עס זאָל דיר דונערן אין בויך און בליצן אין די הויזן.
178 May he have a big store full of goods: may people not ask for what he has, and may he not have what they ask for. A groys gesheft zol erhobn mit skhoyre: vos er hot zol men bay im nit fregn, un vos men fregt zol er nit hobn. ‏‏אַ גרויס געשעפֿט זאָל ער האָבן מיט סחורה: וואָס ער האָט זאָל מען בײַ אים ניט פֿרעגן, און וואָס מען פֿרעגט זאָל ער ניט האָבן.
179 May he have a hundred houses, each house with a hundred rooms, each room with twenty beds, and may fevers and chills toss him from bed to bed. Hundert hayzer zol er hobn, in yeder hoyz hundert tsimern, in yeder tsimer tsvantsik betn, un kadokhes zol im varfn fun eyn bet in der tsveyter. ‏‏הונדערט הײַזער זאָל ער האָבן, אין יעדער הויז הונדערט צימערן, אין יעדער צימער צוואַנציק בעטן, און קדחת זאַל אים וואַרפֿן פֿון איין בעט אין דער צווייטער.
180 He should turn into a chandelier, so he'll hang by day and burn by night. Megulgl zol er vern in a henglaykhter: bay tog zol er hengen un bay nakht zol er brenen. ‏מגולגל זאָל ער װערן אין אַ הענגלײַכטער: בײַ טאָג זאָל ער הענגען און בײַ נאַכט זאָל ער ברענען.
181 I wish on him the third plague of Egypt. Ikh vintsh im di drite make fun mitsraim. איך ווינטש אים די דריטע מכּה פֿון מצרים.
182 God should visit upon him the best of the ten plagues. Got zol af im onshikn fun di tsen makes di beste. גאָט זאָל אױף אים אָנשיקן פֿון די צען מכּות די בעסטע.
183 A curse is not a telegram; it doesn't arrive so fast. A klole iz nit keyn telegram; zi kumt nit on azoy gikh. ‏‏אַ קללה איז ניט קיין טעלעגראַם; זי קומט ניט אָן אַזוי גיך.
184 Neither cursing nor laughing can change the world. Nit mit sheltn un nit mit lakhn ken men di velt ibermakhn. ‏‏ניט מיט שעלטן און ניט מיט לאַכן קען מען די וועלט איבערמאַכן.
185 He should laugh with lizards. Lakhn zol er mit yashtsherkes. ‏‏לאַכן זאָל ער מיט יאַשטשערקעס.
186 She's crying crocodile tears. Zi veynt mit krokodil-trern. ‏‏זי וויינט מיט קראָקאָדיל טרערן.
187 She's crying onion tears. Zi veynt mit tsibele-trern. ‏‏זי וויינט מיט ציבעלע–טרערן.
188 Don't bang the teakettle at me! Hak mir nit keyn tshaynik! ‏‏האַק מיר ניט קיין טשײַניק!
189 Don't twist my head! Drey mir nit keyn kop! דריי מיר ניט קיין קאָפ!
190 Go look for last year's snow. Gey zukh dem farayorikn shney. גיי זוך דעם פֿאַראַיאָריקן שניי.
191 Go look for the wind in the field. Gey zukh dem vint in feld. גיי זוך דעם ווינט אין פֿעלד.
192 If you don't want to grow old, hang yourself when you're young. Az men vil nit alt vern, zol men zikh yungerheyt oyfhengen. אַז מען וויל ניט אַלט ווערן, זאָל מען זיך יונגערהייט אויפֿהענגען.
193 Don't shout, you'll wake up God! Shray nit, vest oyfvekn got! שרײַ ניט, וועסט אויפֿוועקן גאָט!
194 Anger and rage turn a man into a beast. Kas vekheyme makhn a mentshn far a beheyme. כּעס וחמה מאַכן אַ מענטשן פֿאַר אַ בהמה.
195 I'll make mincemeat out of him! Ikh vel fun im makhn kreplfleysh! איך וועל פֿון אים מאַכן קרעפּלפֿלייש!
196 Don't give me the honey and spare me the sting. Shenk mir nit keyn honik un gib mir nit keyn bis. שענק מיר ניט קיין האָניק און גיב מיר ניט קיין ביס.
197 Don't give me a hole in the head and don't bandage me up. Makh mir nit keyn lokh in kop un leyg mir nit tsu keyn flaster. מאַך מיר ניט קיין לאָך אין קאָפּ און לייג מיר ניט צו קיין פֿלאַסטער.
198 In the mirror everyone sees his best friend. In dem shpigl zet itlekher zayn bestn fraynd. אין דעם שפּיגל זעט איטלעכער זײַן בעסטן פרײַנד.
199 They are both in love: he with himself and she with herself. Zey hobn zikh beyde lib: er zikh un zi zikh. זיי האָבן זיך ביידע ליב: ער זיך און זי זיך.
200 Love is blind. Libe makht blind. ליבע מאַכט בלינד.
201 A cute face doesn't make a good wife. Nit fun a sheyner tsurke vert a gut vayb. ניט פֿון אַ שיינער צורקע ווערט אַ גוט ווײַב.
202 Women are educated and can speak two languages: one before the wedding and one after the wedding. Vayber zaynen gebildet un kenen tsvey shprakhn: eyne far der khasene un eyne nokh der khasene. ווײַבער זײַנען געבילדעט און קענען צוויי שפּראַכן: איינע פֿאַר דער חתונה און איינע נאָך דער חתונה.
203 At first you can't stop looking at each other, later you can't look each other in the eye. Afrier ken men zikh nit zat onkukn, dernokh ken men zikh nit kukn glaykh in di oygn. אַפֿריִער קען מען זיך ניט זאַט אָנקוקן, דערנאָך קען מען זיך ניט קוקן גלײַך אין די אויגן.
204 A black cat has run between them. Es iz durkhgelofn tsvishn zey a shvartse kats. עס איז דורכגעלאָפֿן צווישן זיי אַ שוואַרצע קאַץ.
205 A drop of love can bring an ocean of tears. A tropn libe brengt a mol a yam trern. אַ טראָפּן ליבע ברענגט אַ מאָל אַ ים טרערן.
206 When a man is too good for the world, he's bad for his wife. Az der man iz tsu gut far der velt iz er shlekht farn vayb. אַז דער מאַן איז צו גוט פֿאַר דער וועלט איז ער שלעכט פֿאַרן ווײַב.
207 You can catch more flies with honey than with vinegar. Mit honik ken men khapn mer flign vi mit esik. ‏מיט האָניק קען מען כאַפּן מער פֿליגן ווי מיט עסיק.
208 Don't look for a notch in the saw. Zukh nit keyn pgime af der zeg. זוך ניט קיין פּגימה אויף דער זעג.
209 Trust one eye more than two ears. Eyn oyg hot mer gloybn vi tsvey oyern. איין אויג האָט מער גלויבן ווי צוויי אויערן.
210 The truth comes out like oil on water. Der emes kumt aroys vi boyml afn vaser. דער אמת קומט אַרויס ווי בוימל אויפֿן וואַסער.
211 Walls have ears. Vent hobn oyern. ווענט האָבן אויערן.
212 Shrouds don't have pockets. Takhrikhim hobn nit keyn keshenes. ‏תּכריכים האָבן ניט קיין קעשענעס.
213 All shoemakers go barefoot. Ale shusters geyen borves. אַלע שוסטערס גייען באָרוועס.‎
214 Work is no shame. Arbet iz keyn shand. אַרבעט איז קיין שאַנד.
215 Still water runs deep. Shtil vaser grobt tif. שטיל וואַסער גראָבט טיף.
216 When the heart is full, the eyes overflow. Az dos harts iz ful, geyen di oygn iber. אַז דאָס האַרץ איז פֿול, גייען די אויגן איבער.
217 It's a mitzvah to tickle a widow. An almone iz a mitsve tsu kitslen. ‏אַן אַלמנה איז אַ מיצװה צו קיצלען.
218 It's a mitzvah to pull a hair out of a pig. A mitsve, fun a khazer a hor oystsuraysn. ‏אַ מיצווה פֿון אַ חזיר אַ האָר אויסצורײַסן.
219 If pigs had horns, the world would be done for. Der khazer zol hobn herner, volt di velt keyn kiem nit gehat. ‏‏דער חזיר זאָל האָבן הערנער, וואָלט די וועלט קיין קיום ניט געהאַט.
220 If a pig had horns, it would turn the world upside-down. Ven a khazer zol hobn herner, volt er ibergekert di velt. ‏‏ווען אַ חזיר זאָל האָבן הערנער, וואָלט ער איבערגעקערט די וועלט.
221 If the ass had horns and the ox knew its strength, the world would be done for. Der eyzl zol hobn herner un der oks volt gevust fun zayn koyekh, volt di velt keyn kiem nit gehat. ‏‏דער אייזל זאָל האָבן הערנער און דער אָקס וואָלט געוווּסט פֿון זײַן כּוח, וואָלט די וועלט קיין קיום ניט געהאַט.
222 All of life is a war. Dos gantse lebn iz a milkhome. ‏‏דאָס גאַנצע לעבן איז אַ מלחמה.
223 The worst peace is better than the best war. Der ergster sholem iz beser vi di beste milkhome. ‏‏דער ערגסטער שלום איז בעסער ווי די בעסטע מלחמה.
224 If everyone pulled in one direction, the world would tip over. Ven ale mentshn zoln tsien af eyn zayt, volt zikh di velt ibergekert. ‏‏ווען אַלע מענטשן זאָלן ציִען אויף איין זײַט וואָלט זיך די וועלט איבערגעקערט.
225 The whole world is one town. Di gantse velt iz eyn shtot. ‏‏די גאַנצע װעלט איז אײן שטאָט.
226 The world is round like an egg. Di velt iz kaylekhdik azoy vi an ey. ‏‏די וועלט איז קײַלעכדיק אַזוי ווי אַן איי.
227 The world is beautiful but people make it ugly. Di velt iz sheyn nor di mentshn makhn zi mies. ‏‏די וועלט איז שיין נאָר די מענטשן מאַכן זי מיאוס.
228 The entire world rests on the tip of the tongue. Di gantse velt shteyt af der shpits tsung. ‏‏די גאַנצע וועלט שטייט אויף דער שפּיץ צונג.

(back to top)

Sign up to be notified when new sayings are added

Web Analytics